ר' אד"מ לקח משקה ואמר: אַז מען נעמט אַביסל משקה איז מען פריילעך. וענה ע"ז כ"ק אדמו"ר: אַ טעות גמור, אַ השגה אין מוח און קבוע בלב און לייכט אין האַרצן איז יקר שביקר, והעיקר הוא אַראָפּטראָגן אין בפּועל ממש.
מה הי' עשו, ער איז געגאַנגען מיט אַ רויטן גאַרטל און מיט אַ האַק? אדמו"ר הזקן אמר אַז עשו איז געגאַנגען אין אַ ווייסער זופּיצע מיט אַ שטריימעל, ומ"מ הי' עשו.
מען קען זיין אַ עמלק אפילו אַ יושב אוהל און אַ מוכתר בטו"ת און אַז השגה קומט ניט אַראָפּ אין האַרצן איז דאָס עמלק... אַז אַ איד... וואו ער זאָל ניט זיין, אויב נאָר ער הערט דעם אמת, און בפרט אַז ער רייסט זיך אָפּ צו אַביסעלע תורה איז דאָס דער תכלית הכוונה, אַז מען גייט אין גאַס איז אפילו דער שטיין דאַרף אויך דאָס דערהערן אַז אויף אים גייט אַ חיות אלקי אַ נברא וואָס ער הערט אַז ער לעבט פון אלקות.
אד"מ = Elchonon Dov Morozov (Odom)
ReplyDeleteבטו"ת = Talis U'Tefillin