און בפרט די תמימים

אַ איד דאַרף וויסן שזהו תכליתו להאיר את העולם, און טאָן מיט יענעם דורך זיך, וזהו תכליתו, און צו עניני העולם האָט ער גאָר קיין שייכות ניט, דאָס איז ניט פאַר אים, זיין זאַך איז נאָר באַלייכטן די וועלט. און בפרט די תמימים וואָס דער טאַטע האָט פער­פלאַנצט איז דאָס ליכטעלעך, אויף צו באַלייכטן די וועלט מיט דעם נר מצוה ותורה אור. זיי זיינען עמודים וואָס מען האָט זיי אַוועקגעשטעלט, דאַרפן זיי וויסן שזהו ענינם להאיר את העולם. און וואוהין ער זאָל ניט פאַרקריכן, ס'איז פאַרפאַלן, דער טאַטע האָט אים אַוועק­געשטעלט איז פאַרפאַלן.

סעודת פורים תרפ"ה

No comments:

Post a Comment